מיטוואך וירא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך וירא חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
דער רבי האט מנחם אבל געווען טעלעפאניש הרה"ח ר' חיים אברהם שמאיע - לאנדאן, וועלכע זיצט שבעה נאך א טאכטער ע"ה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל טעלער - ר' דוד אהרן גאלדשטיין, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00
אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל לאנדא - ר' יודא לייב לאוב,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט זיך באטייליגט בבגדי שבת ביים שמחת החתונה בבית דעעש - ספינקא ק"י.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די חתן און מחותנים און פאר די זיידעס, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ און דערנאך געטאנצען מיט די חתן און מיט די זיידעס.
א גוטע נאכט.
~🌴~