מיטוואך וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך וירא
רבינו שליט"א האט היינט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה - שיעור ד'
ביים אנקומען אין ישיבה איז די רבי צום ערשט אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די שיעור פונעם ראש הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א דערביי שעפנדיג קורות רוח פונעם ציבור הלומדים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי הישיבה און פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואקחה פת לחם וסעדו לבכם, דער רבי האט נאכגעגעזאגט פונעם צל"ח אז פארוואס עסט מען פסח די מצה פאר די מרור, לכאורה מרור איז דאך א זכר פאר די קושי השיעבוד און מצה איז א זכר פאר די גאולה דארף מען דאך קודם עסן די מרור ?
האט די רבי געזאגט אז איינס פון די טעמים פארוואס מ'איז ארויס פאר די צייט איז וועגן די קושי השיעבוד האט משלים געווען קומט אויס אז די קושי השיעבוד האט גאר צוגעהאלפן מיט די גאולה במילא עסט מען קודם די מצה און נאכדעם די מרור ווייל ביידע ווייזט אויף די גאולה,
אבער די אידן אין מצרים וואס האבן געהאט די קושי השיעבוד האבן צום ערשט נישט פארשטאנען פארוואס זיי דארפן דאס האבן אבער שפעטער ווען מען איז ארויס פאר די צייט האבן זיי פארשטאנען אז די קושי השיעבוד איז גאר געווען א טובה פאר זיי.
האט דער רבי געטייטשט 'ואקחה פת לחם' מ'נעמט א ראי' פון די מצה אז מ'עסט קודם די מצה און נאכדעם די מרור פארוואס ? ווייל די קושי השיעבוד איז אויך א חלק פון די גאולה, און ווען מען ווייסט דאס איז 'וסעדו לבכם' איז דאס לעבן אסאך רואיגער.
און דער רבי האט צוגענדיגט מיט שטארקע דברי חיזוק אז אמאל זעהט מען אז ס'גייט שווער אין די יונגע יארן אבער ס'איז אלעמאל א טובה אין די שפעטערע יארן, יעדער האט סיי מצה און סיי מרור אין לעבן, אז מ'האט עס פריער דארף מען עס נישט האבן שפעטער, דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם ראפשיצער רב זי"ע וואס האט געזאגט אז ווען ער פירט ווען די וועלט פירט ער עס "אזוי ווי די אויבערשטער פירט עס יעצט" ווייל דאס איז די בעסטע! דער רבי האט אויסגעפירט מיט שטארקע ברכות און געטייטשט 'ואקחה פת לחם וסעדו לבכם' אז לחם איז א לשון פון א פרוי און קיחה איז א לשון פון קידושין און אנגעווינטשן עס זאל טאקע זיין 'ואקחה' פת 'לחם' וסעדו לבכם! דער אויבערשטער זאל העלפן יעדעם איינעם אויף ביז דערווייל אין אז ס'זאל זיין ישועה קרובה לבוא און מ'זאל זוכה זיין צו כל מילי דמיטיב און מ'זאל זעהן די טב אמיתי פונעם מקור המטיב און מ'זאל זוכה זיין צום גאולה שלימה בביאות הגואל בב"א.
דערנאך האט דער רבי פארלאזט די ישיבה אין באגלייטונג פון די פילצאליגע תלמידי הישיבה.
א גוטן טאג
~🌴~