מוצש"ק חיי שרה - זונטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש 🌴
=מוצש"ק חיי שרה - זונטאג תולדות=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' יוסף רוקח ני"ו בן הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הרה"ג רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויפן מסע הקודש קיין ארה"ק.
דער רבי האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 12:00 אזייגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד ווי דער רבי וועט וויילן אויף א קורצע אפשטעל ביז מאנטאג מיטאג ווען דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה מיט א פריוואטע פליגער צום דערהויבענעם מסע הקודש קיין ארה"ק.
ביים אנקומען אויפן פליגער איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבין די קובץ שעשועי אורייתא מיט די הונדערטער תשובות פון די לומדי חבורות יסודי התורה אויף די קשיא וואס רבינו שליט''א האט איבערגעלאזט ביים שיעור כללי ביים היסטארישן סיום חצי ש''ס פארגאנגענעם פרשת לך,
דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.
ארום 5:00 פארטאגס (ניו יארקע זייגער) האט דער רבי געדאווענט שחרית אויפן פליגער,
בעל תפלה: הרה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע געפינט זיך בשנת האבל פון אמו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה,
נאכן דאווענען האט הרה"צ ר' מענדל שליט"א איבערגעגעבן א פריסות שלום פון אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע האט געוויילט אויף שבת אינעם קרית ישיבות וויזניץ אין נייעק, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרית ישיבות וויזניץ, און נאך.
די פליגער פון רבינו שליט"א האט געלאנדעט אין לופטפעלד אין אטענס גריכנלאנד ארום 3:55 (8:55 ניו יארקע זייגער).
ביים אפשטייגן פון פליגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין לופטפעלד,
בעל תפלה: הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לבית האכסניא אין אטענס א וועג פון ארום א האלבע שעה.
ארום 7:30 (12:30 ניו יארקע זייגער) האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יוסף חיים ווייס הי"ו - ב"ב.
~🌴~