שבת קודש פרשת חיי שרה - מבה"ח כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חיי שרה - מבה"ח כסלו=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה ב"ר יואל מאלח הי"ו.
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו- וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים יקותיאל האלפערט הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשכר שאמרה רבקה אלך זכה ישראל שיצא ממצרים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון.
קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט"א - מאנטריאל.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יחזקאל שרגא ברא"ש גלאנץ הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני מירון לרגל די מסע הקודש קיין ארה"ק.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יונה ראזענפעלד הי"ו - ירושלים.
כהן: החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
רביעי: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
חמישי: ר' יואל זאב נפתלי ניימאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
אחרון: החתן יודל ב"ר יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו.
לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בשיכון סקווירא.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וה' ברך את אברהם בכל און ארויסגעברענגט אז הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו איז מצרף די מעשי המצוה פון א פשוט'ע איד מיט די מחשבת המצוה פון די צדיקים און אינאיינעם ווערט עס א שלימות'דיגע מצוה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יודל ב"ר יואל שעהנברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען "א גוטע וואך מ'זאל פארן לחיים ולשלום געזינטערהייט מ'האף מיר צו זיין צוריק אויף שב"ק פרשת ויצא",
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויפן מסע הקודש קיין ארה"ק.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
~🌴~