מיטוואך וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברא"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר די תלמידי ישיבתינו הקדושות פון ירושלים און בני ברק לרגל פתיחת הזמן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז צו א דבר גשמיות מאכט מען א הכנה מיט גשמיות און צו א דבר רוחניות מיט רוחניות, און דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צום בעפארשטייענדע מסע הקודש אין ארה"ק ובפרט צום היסטארישן שבת תולדות באתרא קדישא מירון הבעל"ט, און מעורר געווען נישט צו זיין פארנומען מיט קיין שטותים און קבלת פנים וכו' נאר זיך צוגרייטן מיט לימוד התורה און אזוי קענען מקבל זיין די השפעות קדושות וואס רבי שמעון בר יוחאי איז משפיע, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א און הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו און הרה"ח ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל פאשקעס הי"ו און הרה"ח ר' אברהם אהרן יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון עד היום הזה,
דער רבי האט געליינט די תנאים און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 8:55.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל מאליק שליט"א און הרה"ח ר' יעקב אהרן שלמה ווייל הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה בערנאטה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסיקסא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~