דינסטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר דוד ברי"ח מאסרי הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישכר דוב פארקאש הי"ו.
ב"ר שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר אליהו ראובן סאפדי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די קרוב צו 1,500 תלמידי המתיבתא בליעה"ר,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא, און דערביי איבערגעזאגט די קשיא וואס מען האט איבערגעלאזט פאר די בעלי בתים ביים סיום חצי הש"ס דורך חבורת יסודי התורה אין מסכת בבא קמא,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדע בחור איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה הן מיט די לימודי הישיבה, הן מיט די זמני הישיבה, נישט גיין צו קיין חתונות, און נאך פילע תקנות הישיבה,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער מנהגי קודש ביי א חופה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז א חופה איז יסודתו בהררי קודש און יעדע זאך וואס מען טוט ביי א חופה איז א מנהג קודש וואס מען טאר נישט משנה זיין אדער מוסיף זיין, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען די בחורים זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די אמעריקאנע גאס וואס וויל פארוואנדלען די חופה אין א הייראט צערעמאניע, ובפרט בנוגע זינגען אדער גראמען ביי א חופה וואס מען האט אזאנס נישט געזען ביי די פריערדיגע דורות, אפילו אויב עס איז גוטע ניגונים, אבער עס באלאנגט נישט ביי א חופה און א חופה דארף בלייבן אזוי ווי אמאל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30,
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה בת הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו פון ב"פ,
דערביי איז אנוועזנד געווען הנהלת חבורת תורתך שעשועי לרגל די ריזיגע נדבה פון הרה"ח ר' בערל הי"ו אויסצוצאלן די פארגאנגענע בחינה פון תורתך שעשועי אין ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ספסלי הביהמ"ד וואס איז ניתוסף געווארן אין ב"פ דורך חבורת תורתך שעשועי,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, פאר הנהלת חבורת תורתך שעשועי, און פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~