מאנטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די מיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דורך א הוקאפ ביים אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין מאנטריאל לקראת דעם מאסן דעמאנסטראציע וועלכע קומט פאר מארגן דינסטאג פארנט פונעם ציוני'סטישער קאנסולאט אין קוויבעק אנטקעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די חיוב וואס ליגט אויף יעדער יחיד פון אנ"ש זיך צו באטייליגן ביים מחאה אדירה און אויסשרייען דעם וויי געשריי קעגן דעם שלטון הרשע וגזירותיהם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יושע קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הר"ר דוד פערל שליט"א היושב ע"פ אחותו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק השפת אמת זצ"ל, אזוי אויך האט הרה"צ רבי נחמי' שליט"א אפגענומען ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם חודש כסלו אין ירושלים עיה"ק,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און געבעטן צו שיקן א ברכת מזל טוב פאר אביו האדמו"ר מגור שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~