זונטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נפתלי צבי הורוויץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 2:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום קאלהארי סענטער אין פענסעלוועניע ווי עס איז פארגעקומען די "מעמד כינוס הלומדים וסיום חצי הש"ס" דורך 'חבורת יסודי התורה' שע"י קהלתינו הק' מיט די השתתפות פון אלפי אנשי שלומינו לומדי החבורה מסיימים און מתחילים,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:30 און אריין אינעם ביהמ"ד ווי טויזענטער אנ"ש חברי החבורה זענען געזעצן און געלערנט די לעצטע צען בלאט פון מסכת קידושין,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה פאר א קורצע צייט,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל גוטמאן הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בחינה בכתב דורך די טויזענטער לומדים אויף די לעצטע צען בלאט אין מסכת קידושין,
נאכן בחינה האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט א שיעור פתיחה אויף מסכת בבא קמא,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי התרגשות זעהענדיג אזא גרויסע ציבור לומדים ומסיימים און א לענגערע צייט אויסגעשמועסט די ארבעה אבות נזיקין וואס מען וועט לערנען אין די מסכת און מסביר געווען די ד' אבות נזיקין אויף משלים פון היינטיגע צייטן, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די טויזענטער לומדים און מסיים געווען בדברי התחזקות וברכה פאר די לומדים,
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי,
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודה לכבודה של תורה לכבוד סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס,
ביים אריינקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס, וועלכע האט ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה בק"י, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - פטרוני החבורה אין וומ"ס, און דערנאך הרה"ח ר' יואל העללער הי"ו, הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו - מגדולי עסקני החבורה אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו מיט טרעפליכע דיבורים און האט ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן בענטשן און משפיע זיין השפעות טובות דורך משמיע זיין דב"ק דורכ'ן זאגן תורה, און האט אויסגעפירט אז רבינו שליט"א האט געזאגט במשך חודש תשרי אריבער זעכציג מאל תורה! און געבעטן פון רבינו שליט"א אז דער רבי זאל משפיע זיין ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור בכל ענינים,
ארום 7:10 האט דער רבי אנגעהויבן מיט די צענטראלע דב"ק אויפן פסוק 'לך לך מארצך וכו' ויהא ברכה' און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביי א סיום חצי הש"ס פון א חבורה וואס מען האט מייסד געווען קרוב צו צוואנציג יאר צוריק 'וגם אני חבר החבורה מיום הוסדה' און ברוך השם עס איז היינט צוטאגס דא אזעלכע חבורות אין די גאנצע וועלט און עס איז פארשפרייט געווארן אסאך תורה דורך די חבורה, די תורה הק' איז משפיע כל הברכות און וועט אוודאי חל זיין אויף אלע לומדי החבורה, אזוי אויך שטייט אין די גמרא אז 'כל העוסק בתורה מזיקין בדלין הימנו' און די תורה הק' איז מבטל די ד' אבות נזיקין,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פון די לומדי החבורה און געזאגט אז טראץ מען מיינט אז מען לערנט נאר א עמוד א טאג איז דאס אבער אסאך באיכות און עס איז דא צייט עס איבערצוחזר'ן און עס פארשטיין אינגאנצן,
די גמרא זאגט סוף מסכת קידושין 'אשרי מי שראה הוריו באומנות נקיה' דאס מיינט מען וואויל איז פאר דער וואס ער גייט צו זיין טאטע'ס סיום מסכת און בעז"ה צום סיום הש"ס, 'אשרי מי שבניו זכרים' דאס מיינט מען וואויל איז פאר דער וואס זיינע קינדער זענען עוסק בתורה, און דאס איז דעם היינטיגן טאג ווי מען זעט דא אינעם זאל אז עס זיצן אסאך עלטערן מיט די קינדער און אפילו אייניקלעך וואס האבן אלע מסיים געווען די מסכת, אשרי לו ואשרי חלקם!
'כל מי שהוא ובנו ובן בנו תלמיד חכם אינו פוסק מזרעו' דאס מיינט מען אז ווען א טאטע מיט א קינד מיט א אייניקל לערנען צוזאמען דעמאלטס איז 'ויהא ברכה' דאס איז די גרעסטע און שענסטע ברכה וואס א מענטש קען באקומען!
דער רבי האט אויסגעפירט מיט א קריאה צו אנשי שלומינו אשר ישנו פה ואשר איננו פה 'ווער עס האט נאכנישט א שיעור בקביעות זאל זיך אנשליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' אדער חבורת יסודי התורה אדער חבורת תורתך שעשועי, די עיקר עס זאל זיין בקביעות גמור, לערנען, חזר'ן, און זיך שטעלן אויף א פארהער, עס איז דא שיעורים אינדערפרי שיעורים אויפדערנאכט פאר יעדעם איינעם לפי ערכו,
דער רבי האט מסיים געווען און זיך באדאנקט פאר די חשוב'ע נדבנים וועלכע זענען מסייע די חבורה בראש וראשון ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און אזוי אויך ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע חוץ זייערע גרויסע פעולות לרומם קרן קהלתינו ומוסדותינו הק' שטייען זיי צו הילף ביי די חבורה, און אזוי אויך אלע אנדערע עסקנים כל אחד בשמו יבורך, 'הקב"ה ישלם פעלם ושכרם הרבה מאוד' און דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב"ק האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה אלץ הכנה צום סיום מסכת,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י מיט א פייערדיגע דרשה לקראת הסיום,
דער רבי האט מסיים געווען מסכת קידושין און אנגעהויבן מסכת בבא קמא, און דערנאך געזאגט די הדרן און קדיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחת התורה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע חתנים מאנ"ש,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני המעמד,
מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי האט געדאווענט מעריב בחדרו הפרטי,
בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א - מרבני התאחדות אברכים וומ"ס,
ארום 9:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
~🌴~