מיטוואך לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך לך
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יודא אשר ראטה, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל גליק.
ב''ר יואל מיטטעלמאן.
ב''ר יואל יצחק סופר.
ב''ר שלום הכהן ברעכער.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק י"ג.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יודא שלמה פריעדמאן - ר' משה מאיר דוב גליק, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' וואלף רעטעק - ר' חיים ווייס, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 11:30 איז דער רבי ארויסגעקומען צו קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~