דינסטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג לך
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית ארום 9:30 אין ביהמ"ד הגדול ק"י.
ארום 10:45 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין וומ"ס לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען קיין וומ"ס ארום 12:15 ווי דער רבי איז גלייך צוגעפארן צום ביהמ"ד הג' אויף הופפער סט. צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פול געפאקטע היכל הכולל פין די אומצאליגע לומדים. דערנאך איז פארגעקומען די ברית מילה אין ביהמ"ד הגדול.
אלץ מוהל האט געדינט די זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א. כסא של אליהו: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א. סנדק: רבינו שליט"א. די ברכות האט געזאגט די זיידע הגה"צ ר"י בית מאיר שליט"א, ויקרא שמו בישראל אברהם חיים.
נאכן ברית איז דער רבי אריבער אין היכל תהילות יוסף ווי עס איז פארגעקומען די סעודת ברית.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה די אבי הבן, די זיידע ב"פ רב שליט"א, די זיידע ר"י בית מאיר שליט"א, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
ברכת המזון: די זיידע הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א.
מען האט געענדיגט די סעודה ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער געגאנגען מנחם אבל זיין ביי משפחת המנוח ר' שמעון פריעדמאן ז"ל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די נייע בנין פון די ישיבות קטנות ווי עס זענען קווארטירט די ישיבות 'נזר התורה' 'אהבת התורה' 'חכמת התורה' און 'מבצר התורה'.
דער רבי איז אריין אין אלע ישיבות ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די לימודים, און דערנאך ווארעם אנגעווינטשן פאר די 'הנהלת ממלכת התורה'.
ארום 3:15 איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ הישיש ר' משה גראס שליט"א אבד"ק שארמאש וומ"ס, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.
ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען אין היכל הכולל ווי עס זענען געווען אנוועזנד די הונדערטער חברי ורבני הכולל, ווי דער רבי האט משמיע געווען די פתיחת הזמן ווי דער רבי האט אנגעהויבן די דרשה בדרך פלפול ודרוש און דערנאך אריבער בדרך אגדה ומוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אז די אינגעלייט זאלן דאווענען שבת אין די קהל'ישע בתי מדרשים, און אויסגעפירט מיט שטארקע דברי שבח אויפן כולל זאגענדיג דערביי אז די כולל איז פון די שענסטע מקומות התורה אין די גאנצע שטאט, און פארענדיגט מיט דברי ברכה.
תיכף נאכן דרשה ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה.
זמני כניסה איז געווען פון ארום 7:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' משה הכהן גלאנצער.
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אין די ספר תורה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משולם צבי זילבערשטיין - ר' משה יודא בלייך, אין די זאלן פון כתר רייזל.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך האט ווייטער פארגעזעצט די זמני כניסה ביז ארום 12:30 דאן האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~