זונטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 3:45.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין מאנהעטן צום מאסן דעמאסטראציע וואס איז פארריפן געווארן דורך רבינו שליט"א מיט די באטייליגונג פון רבבות אלפי ישראל ובראשות גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א אויסצושרייען אונזער וויי געשריי אנטקעגן די טריפה'נע ממשלה בארה"ק און אירע ביטערע גזירות ובפרט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות,
אויפן וועג האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט"א הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס וועלכע האט אפגענומען ברכת קדשו און דערביי אנגעפרעגט און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בנוגע וואס ארויסצוברענגען ביי זיין דרשה ביים פראטעסט,
דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט די נקודות וועלכע מען ברויך אויסשמועסן כדי ארויסצוברענגען ריכטיג די מעסעדזש פונעם פראטעסט כפי דרך המסורה לנו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ביים מחאה האבן אויפגעטרעטן,
יו"ר הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א - ר"י אהל תורה,
הרה"ג ר' דוד הירשלער שליט"א מארה"ק,
הגה"צ רבי אנשיל אשכנזי שליט"א - אב"ד חות דעת,
הגה"צ רבי יעקב הורוויץ שליט"א - ר"י בית מאיר,
הר"ר אהרן גרינבערג שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה אויף ענגליש צו אדרעסירן די פרעסע,
הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס,
קבלת עול מלכות שמים האט פארגעזאגט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:50 די רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזענדע רבנים וראשי ישיבות דערנאך האט די רבי זיך אראפגעזעצט אינאיינעם מיט רבני ודייני קהלתינו הק' אויף איינע פון די גאסן,
ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י,
ביים אנקומען אויף ק"י האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
~🌴~