שבת קודש פרשת בראשית -שבת מבה"ח חשון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בראשית -שבת מבה"ח חשון=
דער רבי האט געוויילט אויף שבת בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו אין איינע פון די שטילע געגענטער אין קרית יואל המורחבת ווי דער רבי האט אפגעראכטן די תפילות און די סעודת שב"ק אויף א דערהויבענע פארנעם כמדי שבת בשבתו אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל בני המשפחה ותושבי השכונה.
ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא,
ארום 10:45 האט מען געעפענט די טיר פאר די תושבי השכונה צו די זמירות ודברי תורה,
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק בראשית ברא אלקים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ה תשרי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00 אזייגער.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שישי.
נאכן ליינען האט דער רבי ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושל''ס אינאיינעם מיט א גרעסערע צאל תושבי השכונה ארום 6:50.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלקים און ארויסגעברענגט אז די כח פון די תורה הק' איז צו דערלייכטן די אויגן פון א מענטש אז ער זאל זיך נישט לאזן פארנער'ן פונעם יצר הרע ווען ער איז צובע עבירות פאר מצוות און מען זאל קענען מבחין זיין בין טוב לרע און זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע.
ידיד נפש: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
~🌴~