דאנערשטאג - יום א' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג - יום א' דחול המועד סוכות=
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד בר"ע אונגאר הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שלי"טא.
גלילה: נכד רבינו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:15 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד יו"ט,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה וחיזוק לכבוד די געהויבענע 'צווייטע טעג יו"ט', און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק און בפרט פון בית מדרשינו הגדול וועלכע איז פארברייטערט געווארן סיי בכמות און סיי באיכות און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 5:30 איז געקומען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פאר קרוב צו א שעה איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות וועלכע האבן זיך געמאכט און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ב' דחוה"מ=
~אושפיזא דמשה~
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:05.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב ק"י.
הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים.
הרה"ג ר' חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויאמר בנערינו ובזקיננו נלך כי חג ה' לנו' און ארויסגעברענגט אז יעדער איד דארף טאקע זיין א עניו אבער יעדער דארף אויך האבן אביסל מידת הגאוה ביי עבודת השם,
סוכה איז משפיע דעת מען זאל קענען מבחין זיין ווען צו זיין א עניו און ווען א בעל גאוה,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי חיזוק איבער די חשיבות פון יעדע מצוה פון א איד, יעדע תפילה, יעדע חסד, יעדע פעולה אין עבודת השם, און ח"ו אז א איד זאל טראכטן אז מיין עבודה איז גארנישט ווערד, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען אנא עבדא דקדשא בריך הוא און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט גרויס התלהבות פאר א לענגערע צייט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:55 און דער רבי איז אריבער לחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 1:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט און מעודד געווען די ריקודים פאר א לענגערע צייט,
ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~