ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ו בצל הקודש אין ק"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ו בצל הקודש אין ק"י=
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי געבינדן די לולב.
ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
מערבית: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט צום ערשט איינגעלאדענט די אושפיזין און געמאכט קידוש,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און ארויסגעברענגט אז וויבאלד אידן האבן א דין פון בנים למקום האט מען געקענט הנאה האבן פון די ענני הכבוד אין זיצן בצל קל און פארדעם מאכט מען א זכר צו די ענני הכבוד.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
=יום א' דיו"ט=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:05.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, און הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - דומ"ץ בביד"ץ כדתיא לאנדאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ אנטווערפען.
כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' זלמן לייב בר"מ שווארטץ הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
גלילה: הר"ר יואל ברמ"ח ווייס שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק הארטשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ' און געטייטשט אין די ענין פון תוספות שבת דאורייתא,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
=ליל ב' דיו"ט=
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב,
מערבית: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ע"ה.
דערנאך ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און געמאכט קידוש.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יחזקאל לאנדא שליט"א - לאנדאן.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און ארויסגעברענגט אז סוכה מיט ד' מינים זענען מסוגל אריינצוברענגען די מידת האמת אין א איד, און מידת האמת איז משפיע אלע גוטע השפעות.
דערנאך האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד יו"ט פאר א לענגערע צייט,
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לרגל שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
=יום ב' דיו"ט=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:10.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ.
כהן: הרה"ח ר' נחמן כהנא הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 2:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה' און ארויסגעברענגט אז וויבאלד מצות סוכה און ד' מינים זענען משפיע מידת האמת פארדעם ניצט תשובה פאר הקב"ה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:20,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
ביים זמן ר"ת ארום 7:40 האט מען געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד פארן גאנצן ציבור אינאיינעם,
מען האט געענדיגט ארום 8:15.
=מוצאי יו"ט - ליל אושפיזא דיעקב=
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 11:30.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי.
הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דביהמ"ד יראי השם בשכונת ברוך טעם ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה ווייזט אויף די גלות און די ד' מינים איז משפיע שמחה, און פארדעם טראגט מען אריין די ד' מינים אין די סוכה צו ווייזן אז אפילו אין גלות דארף מען אויך זיין בשמחה, וויבאלד הקב"ה געפינט זיך מיט אונז אין גלות, אזוי ווי הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע האט געענטפערט פארן הייליגן ישמח משה זי"ע אויף די קשיא פארוואס חסידים זענען אלץ בשמחה און זענען נישט מיצר ודואג אויפן חורבן ביהמ"ק? האט ער געענטפערט אז עס דארף זיין אבלו בלבו וצהלתו בפניו וויבאלד די מלך מלכי המלכים געפינט זיך בתוכינו.
ברכת המזון: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
~🌴~