מיטוואך נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נצבים=
~ד' דסליחות~
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער ה"יו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב גאנדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א, בן האדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים דוד ניישטאדט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב ברח"מ שטויבער הי"ו און הרה"ח ר' דוד יצחק קליין הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~