דינסטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נצבים=
~ג' דסליחות~
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'.
מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
ב"ר יואל ברש"ה שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו און איז געווארן אריינגעגעבן היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו און זיין גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:10 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 10:40, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~