מאנטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל פעלדמאן הי"ו.
ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט, און געזאגט קדיש נאך עלינו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש בהשתתפות הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר ועד הכשרות קרית יואל און די רבני ועד הכשרות, ווי מען האט דן געווען פארשידענע שאלות וואס איז עומד על הפרק אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק',
דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעטוהן די שאלות בעומקה של הלכה אינאיינעם מיטן דיין שליט"א און געגעבן הוראות קדשו וויאזוי זיך צו פירן נאכצוקומען די העכסטע כשרות סטאנדארטן.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל אלטר וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברז"ל קאפפעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט, און געזאגט קדיש נאך עלינו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף שפילמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברצ"ד רובין הי"ו און הרה"ח ר' חיים ישראל ווידער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת גרובער לע"נ אביהם הרה"ח ר' שמואל אברהם מאיר ע"ה און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג א' סליחות אין מאנטריאל,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~