זונטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלימלך לעווי הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל גרויז הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים 'תפילין כהלכה דרייוו' דורך 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה ווי מען האט געקענט פארבן די תפילין, פאררעכטן די קשר, וכו',
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פעולות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני האיגוד.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין לינדען ניו דזשערסי צו באשיינען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען וואס איז פארגעקומען אין די פייוו סטאר זאל מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:10 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהילתינו לינדען,
די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה,
דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה אז אין לינדען זענען דא אזויפיל תינוקת של בית רבן וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און געזאגט אז בעז"ה איז דא א שטארקע עתיד אין לינדען ווי עס וועלן נתחנך ווערן הונדערטער קינדער כ"י, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא און זייערע עלטערן און זיידעס, און פאר די מלמדים און די הנהלת המוסדות, און עקסטער פאר הנהלת מוסדותינו הק' פון ב"פ וועלכע שטייען צו די הילף פאר די מוסדות.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 2:50.
דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו וואו פילע אנשי שלומינו תושבי העיר זענען אריין בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון,
זמני כניסה איז געווען פון 3:00 אזייגער ביז 5:45.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד החדש 'אלעסק סטאניסלאוו' בראשות הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א וועלכע איז געעפענט געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שערים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב הביהמ"ד הר"ר נתן דוד שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי די בוי ארבעט בבית מדרשינו הגדול וועלכע האלט אין אירע לעצטע בוי פאזעס,
דער רבי איז אריין אינעם ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א און פון הנהלת קהלתינו הק' איבער די פלענער צו באנייען די ביהמ"ד אויף ראש השנה הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
ביים אנקומען אויף ק"י ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל ישעי' גראס הי"ו און הרה"ח ר' ישראל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"א ברוינער הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אברהם גראס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' אריאל יואל כאירה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.
א גוטע נאכט.
~🌴~