מיטוואך כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שניאור פייביש וועבערמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי יודא קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:20 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ קרויס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה ברא"ש מייזעלס הי"ו און הרה"ח ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי הנהלת ועסקני קהלתינו הק' פון מאנטריאל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די קאמפיין פאר קהלתינו הק' וועלכע קומט פאר אין די יעצטיגע טעג אין ק"י,
מען האט איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~