דינסטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל אפרים פישל כ"ץ הי"ו.
ב"ר מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
ב"ר הערש לייב פישער הי"ו.
ב"ר בנציון מעזעי הי"ו.
ב"ר שמעון שמעי' פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריין בקודש פנימה ווי די בחורים זענען אריבער בפתקא ובפדיון לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, ולרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע דעם קומענדיגן זונטאג כי תבא, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער און פארטיילט שליח מצוה געלט.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 4:30 האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלום יודא קליין ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א - חבר הבד"ץ עדה החרדית, וגאב"ד קרית רמ"א בבית שמש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע וואס די יארצייט איז היינט י' אלול, דערביי האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון קהלתינו הק' אין בית שמש,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הר"ר יחזקאל דוד זינגער שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט ולברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבה קטנה סניפי מבצר התורה און אהבת התורה וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל,
דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים ספרו לב אהרן - אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30 און מעריב ארום 10:30 בביתו נאוה קודש,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~