מיטוואך שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייב בר"מ פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה שמואל ברי"א שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס וועלכע האט איבערגעגעבן א גרוס פון קהלתינו הק' אין ארה"ק נאכן אויפטרעטן ביים היסטארישן מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר והחדש פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק דעם פארגאנגענעם כ"ו אב, און אזוי אויך ביים סיום הש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי אין בני ברק און אין בית שמש,
דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיין דרשה ביים משפט אינעם מיליטערישע טורמע אין ארה"ק פאר עטליכע בחורים וועלכע זענען ארעסטירט געווארן צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו - תאומים.
ב"ר מרדכי ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה, אשת חבר הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ"ל.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה, אשת חבר הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ"ל.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שרגא פאגעל הי"ו און הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל בר"מ הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר יודא מאלח הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל אלטלף הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר בעריש גראס שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אינעם טהרה שטובל בבית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען בני הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~