דינסטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא נפתלי הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל,
ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד, אויך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~