פרייטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג עקב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו.
ב"ר אהרן אלעזר אלימלך קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק והיה עקב תשמעון און ארויסגעברענגט אז איינע פון די מצות שאדם דש בעקביו איז אויפשטיין פארטאגס לערנען, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירות נפש, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - בראשית פאר אלע בחורים.
א גוט שבת.
~🌴~