דאנערשטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג עקב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל פיגא לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וחתן הרה"צ רבי אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל בהר"ר ארי' דוב קארנבלי שליט"א.
ב"ר בנציון הכהן לאנדא הי"ו.
ב"ר הלל ניימאן הי"ו.
ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו.
כהן: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון לאנדא הי"ו.
לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א.
שלישי: בעל ברית הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הר"ר יואל קארנבלי שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'מרדכי מנחם' נאך די זיידע הגה"צ אבד"ק לובלין זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב ישראל שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און הרה"צ רבי אברהם יושע איגר שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים דערנעבענדיגע בנין האדיר והחדש פון די בית רחל דמוסדותינו הק' וואס גאלאפירט גאר שטארק פאראויס.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 4:00 אזייגער נאכמיטאג איז פארגעקומען אן אסיפה 'כינוס סופרים' אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר די אריבער זעכציג סופרים תושבי ק"י אין שפיץ פון רבינו שליט"א און הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - יו"ר בית הוראה און הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - יו"ר ועד הסת"ם שע"י בית הוראה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די סופרים און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אחריות פון א סופר און בפרט ביי מזוזות וואס איז א מצוה וואס א מענטש איז מקיים יעדע רגע וואס עס ליגט אויף זיין טיר און איז משפיע די ברכה פון למען ירבו ימיכם, און דער רבי האט שטארק אויפגעפאדערט די סופרים כסדר אדורכצולערנען די הלכות אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי א שוחט,
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע אריינברענגען מזוזות פון די פרעמד און בפרט פון ארץ ישראל, א סופר איז נישט קיין סוחר! און אויב איינער קען נישט נאכיאגן זיינע באשטעלונגען זאל ער עס נעמען פון א צווייטע לאקאלע סופר אדער בדיעבד פון א סופר פון ארץ ישראל וואס איז מוחזק בכשרות דורך די ועד הסת"ם,
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע סופרים,
דערנאך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און האדמו"ר מדעעש ק"י שליט"א - מחשובי הסופרים, בעניני סופרות און דערביי האבן עטליכע סופרים פארגעלייגט פארשידענע שאלות אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת,
מען האט געענדיגט ארום 4:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אליעזר דוד הי"ו דעם קומענדיגן זונטאג ראה אין ביהמ"ד הגדול,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אליעזר דוד הי"ו ובני ביתו און פארן גאנצן ציבור.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ע מאסרי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שמואל יודא פאשקעס שליט"א און הר"ר פנחס הערש רייך שליט"א אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר משינאווא שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' לאנדאן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לאנדאן און דערביי האט דער רבי געבענטשט גרעסערע סכומים געלטער וועלכע וועלן פארטיילט ווערן פאר חברי כוללינו אין לאנדאן נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און פארן נדבן הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף הי"ו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס, און הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א - וומ"ס,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~