מיטוואך בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' יודא בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יחזקאל יודא גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יעקב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה גאנץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון ק"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדותינו הק' אין ק"י,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - סוגיות.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין כהן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי טוביה שטערן שליט"א - גאב"ד מירון,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע תיקונים וואס מען מאכט צו מוסיף זיין די קדושת המקום אין מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט געגועין איבער די גרויסע שבת אין מירון - שבת פקודי תשע"ו, און די השתוקקות איבער די בעפארשטייענדע שבת אין מירון דעם קומענדיגן שבת תולדות הבעל"ט,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן מען זאל קענען שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום.
א גוטע נאכט.
~🌴~