דינסטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזישיקוב גאס בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ווייזער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת,
דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפת חיזוק אינעם ביהמ"ד שע"י בית השחיטה פאר די שוחטים ובודקים והעוסקים במלאכת הקודש, ווי דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברי שבח פון די בית השחיטה וועלכע האט האט זיך געעפנט מיטן ציל צו קענען אהערשטעלן פאר אידן מדקדקים בכשרות פון איבער דער גארער וועלט די סאמע כשר'סטע און מהודר'דיגסטע פלייש וואס איז נאר שייך, און תלי"ת האט עס מצליח געווען און האלט שוין אן פאר קרוב צו 25 יאר כולן שוין לטובה צושטעלנדיג פלייש מיט אלע חומרות והידורים, וואס רוב דערפון איז ברוך השם במשך השנים געווארן די סטאנדארט אויך אין אנדערע מקומות,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שוחטים ובודקים האבן דאס אהערצושטעלן, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה איבער די שטארקע אחריות וואס יעדע שוחט ובודק דארף האבן אין אלע תחומי החיים, און דארפן זען מקפיד צו זיין אפי' אויף חומרות אין זייער טאג טעגליכע לעבן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די נאכאנאנדע וואוקס פונעם בית השחיטה, און ווי עס פארברייטערט זיך שטארק אין די לעצטערע יארן אויף א פארנעם וואס מהאט זיך קיינמאל נישט געגלייבט, דעריבער האט דער רבי ממנה געוועהן די "ועד הכשרות דקרית יואל" צו שטיין צו די רעכטע האנט, ואלה מוסף על הראשונים, צו שטיין צו די האנט און ארויס העלפן אנצוהאלטן די כשרות סטאנדארט ביתר שאת וביתר עוז, אפילו מיט די נאכאנאדע פארברייטערונג,
דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל ווייטער קענען מרבה זיין כשרות ביי כלל ישראל און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די שוחטים און בודקים און פאר די הנהלת בית השחיטה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבוד נשואי נכדו למז"ט, החתן בן לבנו הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און עקסטער פארן זיידן הרה"ח ר' יושע הי"ו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~