ליל א' דחוה"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
ליל א' דחוה"מ
אושפיזא דיעקב
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 11:30.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הר"ר חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
הר"ר זלמן לייב רובין שליט"א אב"ד דינוב מאנסי.
הר"ר חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
הר"ר שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה
ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער דעם אז יעקב אבינו האט גענומען חיזוק פון די ד' מינים אז מען קען צוקומען צו תשובה מאהבה,
ביים סוף האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער די מנהג צו קויפן פאר די בחורים און קינדער א אייגענע ד' מינים אז מען זאל נאר קויפן אויב עס איז כשר לכתחילה און אז נישט איז עס יצא שכרו בהפסדו. (מען קען הערן די פולע דברות קודש בייגעלייגט)
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
~
'יום א' דחול המועד'
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:05.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש.
כהן: הרב נחמן כהנא שליט"א, חתן הגה"צ ר' ברוך שליט"א - חדב"ן.
לוי: הר"ר יוסף משה אונגאר - מאנסי.
שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א - מחמעלניק מאנסי.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הגה"צ ר' יואל שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' ציון עבדי' מאסרי.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
א גוטן מועד.
~🌴~