ערשטע טעג סוכות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
ערשטע טעג סוכות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
מערבית האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' דוד בר"מ עקשטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יו"ט.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה שע''י ביהמ''ד הגדול.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין און יהי רצון כנהוג,
הגבהת הכוס: הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט , מען האט געשטעלט וויין און ביי די זיסע מייערן האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די וואס טראגן די נעמען פון די אושפיזין.
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וה' ברך את אברהם בכול, ווי עס שטייט אין מדרש אז בכול מיינט מען חג הסוכות, בכול איז ר"ת ב'סוכות תשבו שבעת ימים,
כ'ל האזרח בישראל ישבו בסוכות,
ל'מען ידעו דורותיכם,
ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די מצוות סוכה איז משפיע אז מען זאל קענען פילן א טעם מעין עולם הבא אויף די וועלט און דאס אלעס איז בזכות אברהם,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות אז מען זאל זוכה זיין צו זיצן בסוכת עורו של לויתן בב"א.
נאך די תורה האט דער רבי טועם געווען אתרוג קאמפאוט, געברענגט דורך הרה"ח ר' אברהם שמואל פרילענדער.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יחזקאל לאקס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
"אנובב בפה ולשון הלל ביום ראשון"
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש ווי דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים,
נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט הושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר שמואל דוד גאנדל.
און הר"ר דוד גרינפעלד.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר דוד פערל.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
רביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אהרן וויינשטאק.
הגבה: הרב ליפא טייטלבוים.
גלילה: הרב חיים יעקב רוקח.
מפטיר: הרה"ח ר' משה אייזדארפער.
הגבה: הרב דוד טייטלבוים.
גלילה: הרב מאיר אליעזר מייזליש.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' אשר שטעסל.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.
~
ליל ב' דסוכות
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה
בעל תפילה: הרה"ח ר' שרגא גאנדל.
מעריב: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יו"ט.
ארום 11:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין,
הגבהת הכוס: הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט ,
מען האט געשטעלט וויין און ביי די זיסע מייערן האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די וואס טראגן די נעמען פון די אושפיזין.
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה' ווי תוס' זאגט אז די שדה איז געווען א אתרוג פעלד ווי דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אינעם סוגיא פון עד ועד בכלל, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער דעם אז די ד' מינים איז משפיע אז מען זאל קענען תשובה טוהן אפי' אויף די הארבע עבירות.
ברכת המזון: הב' יצחק אייזיק בן הגה"צ ר' יואל שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לכבוד שמחת בית השואבה ,
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
"כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה"
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים,
נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט הושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר חיים נחום גאטליב שליט"א - מו"ץ
און הר"ר ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
כהן: הר"ר נחמן כהנא.
לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער.
שלישי: הר"ר יוסף משה שטויבער שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' חיים לאנדא.
הגבה: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס בראך.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג.
הגבה: הרה"ח ר' אנשיל ליכטענשטיין.
גלילה: הרה"ח ר' הערשל פריעד.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם קויפמאן.
מען האט געענדיגט ארום 2:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים לאנדא.
און לבן הנולד לר' ליפא בר"פ בראך.
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
~
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה
בעל תפילה: הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן .
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה.
און דער עולם איז אריבער זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך הבדלה איז דער רבי געווען אויף ביקור חולים ביי הרה"ח ר' נח גפן.
א גוטן מועד.
~🌴~