מיטוואך בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ברוך פרענקל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וואס קומט פאר מארגן דאנערשטאג אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט באשיינט די מעמד החופה ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן חתנו הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15 און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א און זיך באגריסט מיט גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א - ר"י וויזניץ ב"ב,
ארום 8:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג קרח אין ביהמ"ד ברך משה אין ק"י,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' חיים היימליך שליט"א - ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה שמואל ניימאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~