דינסטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן פרידריך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה שעהנברוין הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר רובינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי חיזוק ושבח לקראת די היסטארישע סיום הש"ס דורך חבורת 'תורתך שעשועי' דקהלתינו הק',
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעשיינט א לעכטיגקייט אין אידישע הערצער, די נר האמצעי האט אריינגעשיינט די תורה שבכתב, און די איבריגע זעקס נרות האבן אריינגעשיינט די ששה סדרי משנה, און דאס גייט אן עד היום הזה,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גרויסע שמחה פון קהלתינו הק' ווי הונדערטער אנשי שלומינו גרייטן זיך צו מסיים זיין גאנץ ש"ס נאך א שווערע הארעוואניע פון די לעצטע צוועלעף יאר,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פונעם געטרייען פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו וועלכע לייגט אריין אזויפיל צייט, כח, און געלט צו מרבה זיין לומדי תורה סיי ביי קהלתינו הק' און סיי ביי פילע אנדערע קהלות בישראל, און דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט דברי חיזוק פאר הרה"ח ר' יצחק הי"ו אז ער זאל קענען מצליח זיין צו מרבה זיין לומדי תורה וואס לימוד התורה איז די איינציגסטע זאך מיט וואס מען קען זיך האלטן און עומד זיין אין די שווערע נסיונות הדור, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - מנהל איחוד התלמידים דסאטמאר, אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
דערביי האט הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו מנדב געווען א סכום הגון לטובת די מקוה טהרה החדש אין ק"י,
אויך איז פארגעקומען א שמחת החאלאקע פון נכדו ני"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.
דערנאך ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - מגדולי תומכי קהלתינו הק', לרגל שמחת סיום הש"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יוסף מרדכי הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו פון ב"פ,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' מאיר גרינוואלד שליט"א - דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, אינאיינעם מיט מחותנו הרה"ג ר' יהודה פרענקל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן דיין שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו און דער רבי האט געשיקט א ווארימע פריסת שלום פאר אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען אינאיינעם מיט די הנהלה פון די ישיבה קטנה פון אנטווערפען מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק אין אנטווערפען בכלל און בפרט פון די ישיבה קטנה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן דיין שליט"א און פאר די הנהלת הישיבה.
אויך איז אריין בקודש פנימה די קאנסילמאן פון וומ"ס לינקלאן רעסטלער אינאיינעם מיט העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יהוסף עסטרייכער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין ישיבה קטנה החדש 'בנין בערקאוויטש' אין וומ"ס,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט הנהלת ממלכת התורה איבער די פארשריט פונעם בנין ווי איין ישיבה האט זיך שוין אריינגעצויגן און עטליכע ישיבות וועלן זיך אריינציען אויף קומענדיגן שנת הלימודים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יהוסף הי"ו ובני משפחתו און פאר הנהלת ממלכת התורה.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרבני הנכבד ר' יצחק שווארטץ הי"ו אינאיינעם מיט ראשי חבורת תורתך שעשועי ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די לעצטע דעטאלן פונעם היסטארישן סיום הש"ס וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג שלח הבעל"ט,
דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און דערביי איבערגעגעבן הוראת קדשו בנוגע אמירת תחנון ביום הסיום א' שלח זאגענדיג אז 'דער גאנצער טאג איז א יו"ט און מען זאגט נישט קיין תחנון'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~