פרייטאג נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג נשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי הערש בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר משה כ"ץ שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע מרביצי תורה און קינדער,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און געזאגט פאר די קינדער אז משטייט יעצט אפאר טעג נאך יו"ט שבועות ווי יעדער איינער פון קליין ביז גרויס האט געזאגט נעשה ונשמע און מען האט געמאכט קבלות טובות, יעצט איז די צייט צו מקיים זיין די קבלות און לערנען און חזר'ן די לימודים, און דער רבי האט מעורר געווען די קינדער וואס זענען שוין בר מצוה געווארן און די וואס גרייטן זיך שוין צו בר מצוה ווערן נזהר צו זיין נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין אזוי ווי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט פארלאנגען פון די בר מצוה בחורים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~