דאנערשטאג נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר עמרם משה וויינשטאק הי"ו.
ב"ר דוב לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר אהרן משה שווארץ הי"ו.
ב"ר מאיר זאלדאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"ח.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ד יערמיאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויעט פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א אין די קארנוואל געגענט ווי עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אינעם בנין,
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן בנין הישיבה אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די הנהלת הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף א שפאציר אין א שמועס בדברי תורה ופלפול מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א פאר א לענגערע צייט אויף א פריוואטע פארנעם,
דערנאך איז פארגעקומען די יציקת הבורות,
דער רבי האט געגאסן צעמענט און אריינגעלייגט עטליכע מטבעות,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און הר"ר יואל אפענהיים שליט"א - מנהל הישיבה, און די הנהלת הישיבה צו גיסן די מקוה,
דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקוואות מיט הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א - מגדולי המומחים בעניני מקוואות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הצלחה פון די ישיבה און איבער די תועלת פון לערנען אין א ישיבה מחוץ לעיר און איבער די פלענער צו באנייען די בנין הישיבה אין די קומענדיגע וואכן בעז"ה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און פאר די הנהלת הישיבה און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו און הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א - אב"ד אלעסק לינדען אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואיו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ז שטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל פארגעס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו - אנטווערפען, און הרה"ח ר' מאיר ניסן לעווי הי"ו - מאנטריאל,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~