מיטוואך נשא - אסרו חג שבועות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נשא - אסרו חג שבועות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי הירצקא שווארץ הי"ו.
ב"ר גדלי' אפעל הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ב שטערן הי"ו.
ב"ר בנימין אינדיג הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר יו"ט מיהאלי הי"ו און הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגע מיטוואך בהעלותך אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מקומות הקדושים אין אייראפע ובפרט ביי די צדיקי בית קאסוב - וויזניץ און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און אנגעוואונטשן פאר בנו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~