יו"ט שבועות תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט שבועות תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל=
ערב יו"ט האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תיקון ליל שבועות - תורה.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן פיוט פון מערבית האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד טאלטשאווע ק"י.
און מיט די פיוט פון אהבה רבה הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געזאגט אז משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו צו לאזן הערן אז פונקט ווי ביי מצה זאגט מען אז מען קען נאר מאכן מצה פון א זאך וואס קען ווערן חמץ'דיג אזוי אויך האבן נאר כלל ישראל געקענט באקומען די תורה וויבאלד זיי האבן א יצר הרע משא"כ די מלאכים, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר יעדע איינציגסטע איד און נישט נאר פאר בני עליה און דאס איז מחייב יעדעם לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
=יום ראשון של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד שמואל ווייס הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:15.
ברכות: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו דברי יואל ב"פ.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימנוב זי"ע מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - ב"פ, און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים.
מיטן טראגן די ספרי תורה צום בימה זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א - רב דבית מדרשינו בית נחום דוב בוומ"ס, און הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בית שמש.
דער רבי איז ארויף אויפן בימה און פארגעזאגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און השתפכות הנפש.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - וומ"ס, און נאכן עולה זיין האט הרה"ח ר' יצחק הי"ו געמאכט א מי שברך פאר אלע מסיימים און מתחילים במסגרת חבורת תורתך שעשועי.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ברוך בענדיט ברמ"י כהנא הי"ו.
ר' אברהם שמעון ברמ"ח ווידער הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברח"ל קויפמאן הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק פריינד הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
הגבה: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב ברוינער הי"ו - ב"פ.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום 'קרעפל טיש,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די 'קרעפל פשעטל' ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי פלפול ודרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
מען האט געענדיגט ארום 4:05.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברכת המזון: הרב הלל בהרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שמואל דוד גאנדעל שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קריאת התנאים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב' און ארויסגעברענגט אז יעדע פון די דריי סעודות שב"ק איז משפיע פרנסה פאר צוויי טעג פון די וואך און פארדעם האט מען מקריב געווען שבועות די שתי הלחם וויבאלד בשבת ניתנה תורה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו.
מען האט געענדיגט ארום 9:40 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב,
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יוקל ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מקרא נדרש לפניו ולפני פניו.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו ק"י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=יום שני של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד אדיר 'לימוד התורה' ווי מען האט געלערענט פון 8:30 ביז 10:30 ע"פ קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי און עוסק געווען בלימידו,
ארום 9:15 איז דער רבי ארויסגעקומען און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים בהיכל הביהמ"ד און ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ריזן ציבור לומדים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי אראפ צום היכל התורה 'היכל ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלערנט אינאיינעם מיט נכדו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב הירש הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:55.
ברכות: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
נאך רות האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הי"ד.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומ"ס, און הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
מיטן טראגן די ספרי תורה צום בימה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליטא מסטאניסלאוו מאנסי, און הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
כהן: הרה"ג ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א - וומ"ס.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אהרן מתתי' בר"א רייזמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו - מאנסי.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יואל מייזליש שליט"א - וויען.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' משה בהרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה און נעילת החג ארום 9:00 אזייגער,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די שלחן הטהור לכבוד נעילת החג,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט,
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומ"ס האט אנגעגאסן פארן רבי'ן די כוס, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה,
נאכן זמן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי' און ארויסגעברענגט אז ביי א איד זאגט מען מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה משא"כ ביי א מחשבה רעה נישט וויבאלד כלל ישראל האט א חזקת כשרות במילא זאגט מען אז ווען ער וואלט געקענט מקיים זיין די מצוה וואלט ער עס מקיים געווען, משא"כ די אומות העולם וואס האבן נישט קיין חזקת כשרות זאגט מען עס נישט, זאגט אבער דער רמב"ם אז נאר אין ארץ ישראל זאגט מען אז מען האט א חזקת כשרות משא"כ אין חוץ לארץ זאגט מען עס נישט, זאגט אבער דער ייטב לב אז אין די בתי מדרשים אין חוץ לארץ וויבאלד עס וועט לעתיד נקבע ווערן אין ארץ ישראל האט עס שוין יעצט א דין ווי ארץ ישראל במילא ווען א איד זיצט אין ביהמ"ד און האט דארט א מחשבה טובה איז עס הקב"ה יא מצרפה למעשה,
און דער רבי האט ארומגערעדט בהתפעלות איבער די מעמד עסק התורה דרבים ווי טויזענטער אידן האבן געלערנט צוויי שעה פארן דאווענען, און מען האט נאכדעם מתפלל געווען אהבה רבה און והאר עינינו רעכנט שוין הקב"ה די מחשבות אויף למעשה וויבאלד אין ביהמ"ד האט מען א חזקת כשרות,
און דער רבי האט דערמאנט די סיום במסגרת חבורת תורתך שעשועי ווי מען גייט יעצט אין די קומענדיגע וואכן מסיים זיין גאנץ ש"ס, עס גייט נישט נאר זיין א סיום הש"ס, עס גייט אויך זיין א התחלת הש"ס! אסאך אידן האבן זיך מקבל געווען יו"ט שבועות זיך אנצושליסן אין די חבורה צו לערנען מסכת נאך מסכת און דאס רעכנט אויך הקב"ה אויף למעשה און איז משפיע רב טוב,
דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן עס זאל טאקע זיין 'לכם לכל צרכיכם' אין אלע ענינים וואס יעדער בפרטיות דארף האבן.
דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו,
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף,
דער רבי האט צום ערשט מחדש געווען די לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויף טובים מאורות און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי' אויף וואס דער אוהח"ק זאגט אז די דאפעלטע לשון גייט ארויף אויף תורה שבכתב און די תורה שבע"פ, אדער קען מען זאגן אז 'שמוע' גייט ארויף אויף יו"ט שבועות און 'תשמעו' גייט ארויף אויף שפעטער ווען מען גייט אהיים זאל מען מקיים זיין אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען סיי די מענער מיט די קבלות טובות בעניני תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און ביי די עזרת נשים ביי די קבלות טובות בעניני צניעות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
מוצאי יו"ט זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל זיך געזעגענען,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
~🌴~