פרייטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייב ברמ"ש פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף יעקב קאהן הי"ו.
ב"ר יונה פריינד הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע, וואס די היכל הביהמ"ד פונעם ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דערביי האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימוד שעות רציפות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן רש"י אם שמוע בישן תשמע בחדש און ארויסגעברענגט אז דאס דארף מען האלטן פאר די אויגן 'תשמע בישן' מ'דארף איבער'חזר'ן די לימודים און 'תשמע בחדש' לערנען נייע לימודים, און אז מ'וועט אזוי טוהן וועט מען זוכה זיין צו די השפעות קדושות וואס קומט אראפ יו"ט שבועות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רציפות.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א טעלעפאנישע זיצונג בביתו נאוה קודש מיט'ן ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס זי האט אריין געלייגט ביים שטופן פאראויס און באשטעטיגן דעם אזוי-שווערער טויש אינעם חינוך געזעץ פון ניו יארק, וועלכע וועט האפנטליך אי"ה זיין דער הצלה-ברעט פאר אלע חרדישע מוסדות איבער ניו יארק סטעיט און האלטן א פאנצער קעגן די מלשינים ומהרסים און קעגן די גוזרי הגזירה אינעם עדיוקעישן דעפארטמענט,
צום ערשט האט הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו - ווילעדזש אדמיניסטראטאר שטארק באדאנקט דעם גאווערנער זאגנדיג אז דער גאווערנאר זאל וויסן אז די גאנצע יהדות החרדית איז איר דאנקבאר, און מיר געדענקען נאך ווי שווער ס'איז געווען פאר איר אראפ צו קומען בעפאר די וואלן צום רבי'ן און געבן א צוזאג וועגן דעם שווערן חינוך נושא, ארויסטרעטנדיג קעגן אסאך מאכטפולע פאליטיקאנטן, אבער זי האט עס געטון, און נישט בלויז געגעבן א צוזאג נאר טאקע געהאלטן ווארט, און די גאנצע 2 יאר געארבעט צו שטופן די זאך פאראויס אין אלע שטאפלען וואו איר אפיס האט געקענט ארויסהעלפן, ביז'ן ענדגילטיג אונטערשרייבן דעם געזעץ,
ר' גדלי' הי"ו האט פארענדיגט אז אונזער מדה איז הכרת הטוב, און די קאמיונעטי איז איר שטארק מכיר טובה און וועט עס ארויסווייזן אויף ווייטער,
דאן האט די גאווערנאר זעלבסט גענומען דאס ווארט און זיך באדאנקט פארן געבן די מעגליכקייט צו העלפן דורך אזא נאנטע צוזאמענארבעט, און זי האט דערביי אויסגערעכנט אז אויסער עדיוקעישן איז מען פארנומען מיט נאך גרויסע זאכן פאר די אידישע קאמיונעטי, מיט סעיפטי, מיט האוזינג געברויכן, מיט באקעמפן אנטיסעמיטיזם, מיט די וואוטשערס פאר עלטערן פון פרייוועט סקולס, און נאך,
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך פערזענליך גאר שטארק באדאנקט פארן גאווערנער זאגנדיג אז אין נאמען פון אלע אידן איבער די סטעיט טוען מיר זיך שטארק באדאנקען פארן ראטעווען אונזער עדיוקעישן, און פאר אלעם וואס מ'טוט פאר די אידישע קאמיונטי, און פאר'ן ווילעדזש אף קרית יואל,
דער רבי האט צוגעלייגט אז אידן געדענקען שטארק ווער עס טוט א טובה פאר זיי, און מיר זענען דאנקבאר, און דאן געוואונטשן זי זאל האבן ווייטער הצלחה.
א גוט שבת.
~🌴~