דאנערשטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נח לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד', דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט שבועות און דערביי מעורר געווען די בחורים זיך צוצושטעלן צום מנהג טוב פון לערנען צוויי שעה יום ב' דשבועות פארן דאווענען אזוי ווי די פארגאנגענע פאר יאר,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די דירות קריזיס אין וומ"ס ווי די פרייזן פון דינגן א דירה זענען עד לרקיע וואס דאס ברענגט פילע פראבלעמען בגשמיות און ברוחניות, און דאס איז חוץ פון די אנדערע פראבלעמען סיי ברוחניות מיט די שמוציגע און אויסגעלאסענע גאסן און סיי בגשמיות די אנדערע הויכע הוצאות וואס קומט צו קאנטרי /קעמפ וכו', דער רבי האט געבעטן פון אנשי שלומינו אז מען זאל מחזק זיין די קינדער ארויסצומאפן פון וומ"ס און דערביי אויסגעפירט 'והחכם עיניו בראשו' עס איז דא א דרכא אחרינא מען קען לעבן אנדערש און מען דארף לעבן אנדערש!
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו לרגל שמחת סיום הש"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' ישראל הי"ו ובני משפחתו.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי מען האט פארגעשטעלט די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל וואס קומט ארויס לכבוד יו"ט שבועות,
דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א - יו"ר וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פון די וועד העירובין פאר די פילע עירובי תחומין אין אלע שכונות אין ק"י, און בפרט די נארוואס פארענדיגטע עירוב בשכונת פרי מגדים,
אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן עש"ק אינעם המספיק רעזארט,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.
א גוטע נאכט.
~🌴~