פרייטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
ב"ר יעקב שלום הכהן טרעגער הי"ו.
ב"ר יעקב קליין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די בחורים ורמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל דהילולא פאר א לענגערע צייט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~