דאנערשטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מיכל שווארץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חנני' יו"ט ליפא סאמעט הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"א רובינשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן פרע"ח הרב יצחק אייזיק שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מהאט געזינגן עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר נכדו החתן ני"ו, פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען טוט א שידוך פון נאך א אייניקל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, פאר בנו הגה"צ שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
די חתן האט געזאגט די פשעטל און מהאט אריינגעזינגן כנהוג,
מהאט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מהאט געענדיגט ארום 12:40.
ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די בחורים לקראת זמן החדש, צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה בפרט מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און די זעלבע מיט אלע אנדערע זמני וסדרי הישיבה, און זען נישט אוועצוגיין פון ישיבה נאר לצורך גדול, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, און אזוי אויך צו לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק אויפגעפאדערט אז א בחור זאל נישט פארמאגן א אייגענע סעלפאון,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה, און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און איבער די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה,
מען האט געענדיגט ארום 6:10.
נאכן דרשה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 6:40.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 8:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צום שמחת התנאים פון נכדו החתן פרע"ח הרב יצחק אייזיק שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי ישראל אברהם אלטר טויב שליט''א - אב''ד תולדות נפתלי קאלוב ב"פ, בן הגה"צ ר' נפתלי ארי' ליבוש זצ"ל מקאלוב, וחתן הגה''צ ר' יוסף חיים מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד שאץ וומ"ס, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון המספיק.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:20 און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן,
עס האט אויפגעטרעטן די מחותן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך מכבד געווען די זיידע הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"י באבוב צו ליינען די תנאים.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זי"ע פון וועם די חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 11:40, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין א זייטיגע צימער, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר,
ארום 12:00 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~