זונטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תזו"מ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' כהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יעקב קאפל גלאנץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף ברכות אילנות,
דער רבי האט באטראכט די בלומען און געמאכט די ברכה,
דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו אויף א מסיבת לחיים,
מען האט געזינגען א ניגון און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו - וומ"ס,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' חיים נחום פישער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
~🌴~