שבת קודש פרשת שמיני בקרב קהלתינו הק' אין ב"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמיני בקרב קהלתינו הק' אין ב"פ=
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין ב"פ בבית האכסניא פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
בבית האכנסיא זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה"ג ר' אברהם אלי' אליעזר האלבערשטאם שליט"א און הרה"ג ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - אב"ד טשענסקאוויץ לרגל שמחת ארוסי בניהם למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי איז געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרה"ח ר' וואלף ניסענצווייג הי"ו.
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק', און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אנשי שלומינו אינאיינעם מיט הונדערטער תושבי העיר אריבער זאגן גוט שבת.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד במעמד אלפי אנשי שלומינו ותושבי העיר אין שפיץ פון פילע רבני העיר.
במשך די שבת האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע, הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א,
הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט''א,
הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א,
הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א,
הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א,
הגה"צ אב"ד קרית וויזשניץ ב"ב שליט"א,
האדמו"ר מדעעש ב"פ (מיאמי) שליט"א,
הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א,
הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א,
הגה"צ אב"ד דזשיבו שליט"א,
הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט'"א,
הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א,
הגה"צ רבי אשר רובין שליט"א מטאמאשוב, הגה"צ אב"ד וואוידסלוב שליט"א,
הגה"צ אב"ד גלאגוב שליט"א,
הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א,
הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א,
הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א,
הגה"צ מ'אוהעל ב"פ שליט"א,
הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א,
הרב לייביש הורוויץ שליט"א מסטריזשוב,
הרב אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין,
בני האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
הרב בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע,
הר"ר דניאל רוקח שליט"א - אדמו"ר מליזענסק.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר ט"ב ני"ו בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו ב"פ.
די חלות האבן פארמאגט א שליסל כנהוג שבת נאך פסח, און מען האט אויפגעגעבן מצה ביי די זופ כנהוג צווישן פסח און שבועות.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
מנוחה ושמחה: הגה"צ אבד"ק מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וידום אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג בדר"ח אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד קדושת יו"ט דקהלתינו הק'.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דער רבי האט מכבד געווען הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א - אב"ד קרית וויזניץ ב"ב, צו פארזינגען רחם.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' שלמה לאנדא הי"ו.
ר' יואל אלימלך ראזענפעלד הי"ו.
ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו.
ר' מנחם זאב שטערן הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל חיים האלבערשטאם שליט"א מ'קשאנוב.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:10.
=וביום השבת=
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק'.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 36'סטע סט.
פסוקי שמע ישראל: הרה"צ רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק'.
כהן: הרה"ח ר' חיים משה גלאנצער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' בערל בר"ח לעווי הי"ו.
שלישי: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א.
רביעי: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
חמישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
שביעי: ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו.
הוספות: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו.
הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - מו"ץ.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
הגבה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק'.
גלילה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א ומו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו ווי דער רבי האט קידוש געמאכט,
ביים קידוש איז אנוועזנד געווען האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורים לבית דינוב - בלאזוב און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ביים מיטאג סעודה בבית האכסניא האט דער רבי מכבד געווען מיט ברוך ה' יום יום: הר"ר מנשה הורוויץ שליט"א - אב"ד ריגליץ.
ברוך קל עליון: הר"ר אליעזר זאבערמאן שליט"א.
שיר היחוד: (כנהוג בין פסח לשבועות) הגה"צ רבי קלמן יושע באב"ד שליט"א - אב"ד דרוביטש, און הר"ר הערשל האלבערשטאם שליט"א.
מיטן בענטשן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו פרקי אבות בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:45,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' 'משה קבל תורה מסיני' און עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש אגדה ומוסר,
צום ערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ק האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט רישומא דקדושה אפילו נאכן חורבן, און די זעלבע די רושם דקדושה וואס בלייבט ביי יעדעם איינעם נאכן לערנען א בלאט גמרא, און מיט דעם קען מען זיך מחזק זיין אפילו נאכן אדורכפאלן מיט אן עבירה ח"ו אז מען קען נאך אלץ תשובה טוהן צוליב וואס אין הארץ איז נאך פארבליבן א רושם דקדושה פון די מצוות וואס מען האט געטוהן, דערביי האט דער רבי דערמאנט חברי חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק' ווי הונדערטער אנשי שלומינו גרייטן זיך יעצט צו מסיים זיין גאנץ ש"ס און עס איז זיכער אז עס פארבלייבט אין יעדעם א רישומא דקדושה, און מעודד געווען אנשי שלומינו זיך אנצושליסן צו אנהייבן ש"ס אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז ביי יעדע זאך וואס א מענטש טוט איז דא אין אים די כח פון די משלח וואס האט אים געשיקט און דאס מיינט אז יעדע איד פארמאגט אין זיך די כח פון הקב"ה, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט צו פארטרייבן הקב"ה פון זיך, און אויב איז 'כי יראה בך ערות דבר' דעמאלטס איז 'ושב מאחריך' און הקב"ה גייט אוועק, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען בעניני צניעות און כלים אז יעדער זאל זיכער מאכן עס זאל נישט זיין ושב מאחריך,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון אנשי שלומינו אין ב"פ בכמה ענינים און געזאגט אז טראץ ב"פ איז א געמישטע שטאט פון אלע סארטן מענטשן דארף מען האלטן פאר די אויגן אז מען וואוינט טאקע אין ב"פ אבער מען איז נישט קיין 'בארא פארקער איד' נאר 'א איד וואס וואוינט אין בארא פארק' און דערביי האט דער רבי מעורר געווען אנשי שלומינו אז פלייש קויפט מען נישט אין א סופערמארקעט נאר מען קויפט פלייש נאר אין אונזערע פלייש געשעפטן,
דערנאך האט דער רבי געטייטשט אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ישראל באים ורכוש מצרים בידם' וואס הייסט 'בידם' ווען א מענטש איז בעה"ב אויף זיין געלט און נישט אז די געלט איז בעה"ב און איז משפיע אויפן מענטש, און דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גנות פון זיך פירן באלעבאטיש וואס דאס איז נוגע איבער וואס פאר א שטוב מען האט, וועלכע מלבושים מען גייט, און וועלכע ישיבות מען שיקט די קינדער, וכו' וכו',
דערנאך האט דער רבי אויסגעטייטשט די משנה אויף עטליכע אופנים בדרך דרוש און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 7:45 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' אלי' מרדכי כ"ץ שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו.
שלישי: הר"ר יצחק שרגא גראס שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן דוב פערלשטיין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א - אב"ד טשענגער לאנדאן.
שיר המעלות: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק זה הדבר אשר צוה ה' תעשו און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון די תורה הק' קען מען צוריקבאקומען די צלם אלקים וואס מען פארלירט ווען מען זינדיגט ח"ו און נאר אזוי קענען די תפילות נתקבל ווערן,
און דער רבי האט געזאגט אז מען שטייט יעצט א שבת נאך פסח וואס די מנהג ישראל איז צו לייגן א שליסל אין די חלה אלץ א סגולה צו עפענען די שערי פרנסה פאר אידישע קינדער, האט דער רבי געזאגט אז דאס קומט וויבאלד מצה איז משפיע תורה כמבואר אין בני יששכר קען מען נאך פסח מתפלל זיין אויף פרנסה וויבאלד די תפילות ווערן יעצט נתקבל,
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז מען הייבט יעצט אן א נייע זמן סיי די יושבי אהל און סיי די בחורים און קינדער און אפילו די בעלי בתים, דארף מען זען זיך צו מחזק זיין מיט א קביעות עתים לתורה און אין דעם זכות וועלן די תפילות נתקבל ווערן.
ידיד נפש: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ.
קל מסתתר: הרה"צ רבי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו אויף די 10'טע עוו. וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן נאכן איבערבויען די גאנצע ביהמ"ד ברוב פאר והדר,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי ארום אינעם גאנצן ביהמ"ד זיך אומקוקן און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו, עקסטער איז דער רבי אריין אינעם נייעם היכל התורה ווי דער רבי האט אויסגעדריקט זיין שטארקע הנאה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדער רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן פאר די עסקני הביהמ"ד, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בני הרה"ח ר' דוד ראזענבערג ע"ה - מגדולי נדיבי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט די זכות המקוה בבית מדרשינו החדש אויף די 18'טע עוו. פארן ריזן סכום פון 1.5 מיליאן דאלער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים יודא הי"ו און זיין גאנצע משפחה, פאר הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די הנהלת הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שמעון קויפמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט די זכות פונעם ארון הקודש בבית מדרשינו החדש אויף די 18'טע עוו. פארן ריזן סכום פון א מיליאן דאלער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע שטעט אין אייראפע פאר די מלחמה,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם שמעון הי"ו און זיין גאנצע משפחה, פאר הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די הנהלת הביהמ"ד,
אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר תלמידי ישיבתינו ישיבה קטנה סניף מעיין התורה וועלכע האבן זיך די וואך געשטעלט צום פארהער אויף צענדליגע בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת ותלמידו בידו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד יושע הירש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' דוד יושע הי"ו, הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו האבן מנדב געווען יעדער עקסטער די ריזן סכום פון א מיליאן דאלער לטובת בית מדרשינו החדש לב אהרן אין ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קהלתינו הק' אין ב"פ,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די חשובע נדבנים, דערביי האט הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו מנדב געווען א סכום הגון לטובת הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און זייערע משפחות, און פאר די הנהלת ועד קרן הבנין און אנגעוואונטשן אז די בויען זאל אנקומען שנעל און גרינג.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי הרה"ח ר' שלמה צדוק האפמאן הי"ו לרפו"ש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ח ר' שלמה צדוק הי"ו מנדב געווען א סכום הגון לטובת בית מדרשינו אויף די 10'טע עוו. און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~