מיטוואך שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א.
ב"ר אברהם פויגל הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שלום גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל מנחם שימאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע בהיכלי הפאליש בביהמ"ד הגדול,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לייבוש רובין שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יודא ב"ר מענדל הירש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה ברי"ב ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה יודא פעדער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~