דינסטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' אהרן יעקב ברא"ש גאטליעב הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת בית מדרשינו 18'טע עוו. פון ב"פ ווי זיי האבן פארגעשטעלט די סקיצעס און פלענער פונעם נייעם בנין הביהמ"ד וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס,
דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון 'שבת מלכתא' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן דעם קומענדיגן שבת פרשת תזו"מ פאר הונדערטער אלמנות מאנשי שלומינו אין שפיץ פון הרבנית הצדיקת תליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~