מאנטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמיני=
~אסרו חג פסח~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברש"י הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו.
ב"ר יואל אלטר גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר ישראל בער לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם לייב וועכטער הי"ו.
ב"ר אברהם שמעון אפענהיים הי"ו.
ב"ר יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו.
ב"ר גדלי' מתתיהו לענעראוויטש הי"ו.
ב"ר לוי יצחק גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר מרדכי אפרים פישל פייערווערקער הי"ו.
ב"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו.
ביים ליינעןהאט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר אברהם יודא.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' מרדכי ב"ר שלום יצחק צבי שעהר הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס זעליג פערלמוטער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ג'ברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די חברי ועסקני ועד להרחבת גבולי העיר ק"י אינאיינעם מיט ראשי ועסקני בתי מדרשינו בק"י המורחבת מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גרויסע קאמפיין לטובת די הרחבת גבולי הקדושה אין אלע שכונת אין ק"י המורחבת,
דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~