~ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש.
קבלת שבת ומערבית: הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:55.
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת און גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם באש קודש און געזינגען רבון כל העולמים ביז מלך תמים דרכו,
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
במשכ'ן טיש האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט.
מען האט אויפגעגעבן די שבת'דיגע מאכלים זופ, פלייש, קוגל, קאמפאט, פסח'דיגע פערפל, און פליגלען,
נאך די זופ האט מען געשטעלט מאסט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
מיטן פיוט פון מערבית: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אז ישיר משה' און ארויסגעברענגט אז ביי קריאת ים סוף האבן די אידן באקומען א שטארקע אמונה אין הקב"ה וואס דורך דעם איז מען געווארן פון עבדים למקום צו בנים למקום וואס דורכדעם דארף מען מער נישט צוקומען אז שאר גליות זאלן משלים זיין די גלות מצרים, און פארדעם האבן כלל ישראל געזאגט שירה ביי קריאת ים סוף און נישט ביי יציאת מצרים,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז יעדעס יאר ליל שביעי של פסח קומט אראפ די השפעות פון קריאת ים סוף און עס ווערט ויאמינו בה' ובמשה עבדו, און דורך אמונה וועט מען זוכה זיין צו זינגען שירה לעתיד לבא.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
ארום 2:00 אזייגער האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה ווי דער רבי האט געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
מען האט אויפגעגעבן לעבער.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און עס איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי ר' אברהם פראנקל הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:20.
~יום שביעי של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, תפילת שחרית, און הלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות לרגל שביעי של פסח.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז געווען בעל קורא.
כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט די שירת הים בהתעורורות רב ובהתלהבות אש.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נפתלי הירצקא גראס הי"ו.
ר' יעקב יונתן וועזעל הי"ו.
ר' יודל סופר הי"ו.
ר' חיים פעלדמאן הי"ו.
ר' יוסף אלי' ביקעל הי"ו.
ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
ר' דוד ברח"ל ווייס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ו ניסן.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 3:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם פראנקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הב' יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ושלו"ס,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר מיכאל סאאל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'כשנכנסו ישראל לים נעקר הר המוריה ממקומה' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף הקב"ה ביי די עקידה, האט הקב"ה אויך נישט געלאזט די מקטריגים פרעגן די קשיא פון הללו והללו עובדי ע"ז ביי קריאת ים סוף,
און דאס דארף יעדע איד טראכטן ווען מען שטעלט זיך דאווענען און מען האט די קשיא אז וואס בין איך ווערד? וואס איז מיין דאווענען ווערד? דארף מען געדענקן אז הקב"ה לאזט נישט פרעגן די קשיות און איז מקבל יעדעמ'ס תפילות און איז משפיע כל טוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 8:50, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
~ליל אחרון של פסח~
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב.
מערבית: הרה"ח ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין די ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים.
אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג,
מען האט אויפגעגעבן לכבוד יו"ט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, און א זיבן הימלען קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש "הים ראה וינוס" 'מה ראה ישראל באין ורכוש מצרים בידם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט מצה כרעמזלעך פארן גאנצן ציבור פאר א לענגערע צייט.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו ק"י.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:10.
~יום אחרון של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50.
פארן דאווענען האט דער רבי אנגעצינדן די יזכור לעכט ביים עמוד.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ.
כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
גלילה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א - מו"ץ.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל ב"ר מאיר הירש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:20.
ביים מיטאג טיש האט הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו אריבערגעברענגט פלייש פון די שעפעלע מיט וואס דער רבי האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור בשליחות פונעם כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב,
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ונעילת החג ארום 7:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די עריכת שולחן הטהור ומעמד נעילת החג,
דער רבי האט צום ערשט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן פארן רבי'ן לחיים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פארן גאנצן ציבור,
מען האט אריינגעברענגט פירות און פסח'דיגע מאכלים און דער רבי האט טועם געווען,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני השתוקקות לביאת המשיח און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויפן ניגון 'אחכה לו' פאר א לענגערע צייט מיט גרויס ברען.
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און ארויסגעברענגט אז כלל ישראל האט געזאגט צוויי מאל שירה, איינמאל אויפן עצם הנס און די צווייטע מאל ווען זיי האבן געזען אז די אבות ואמהות טאנצן און זאגן שירה האבן כלל ישראל מיטגעטאנצן און געזאגט שירה צוזאמען מיט זיי,
ווען די אבות זעהן וויאזוי כלל ישראל פירט א סדר נאכט היינטיגע צייטן און מען איז מקיים אלע מצות החג טאנצן זיי, און דאס איז אונזער שמחה און אויף דעם טאנצט כלל ישראל מוצאי פסח, מען טאנצט צוזאמען מיט די אבות ואמהות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכות אז מצה איז משפיע געזונט, פרנסה, און כל מילי דמיטב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח מיט א ברען פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ו ניסן.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער.
דערנאך האט מען ארויס באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
~🌴~