פרייטאג - יום ד' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג - יום ד' דחוה"מ פסח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברי"א גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15.
בעל תפילה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
שלישי: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
הגבה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
גלילה: ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב משה זאפיר הי"ו - וומ"ס.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין חצר פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וואו עס איז פארגעקומען די מעמד השחיטה ווי מען האט געשחט'ן די שה מיט וואס דער רבי פודה געווען די צווייטע חמור, מיט'ן כהן הגה"צ רבי בנציון שטראססער שליט"א - אבד"ק נייטרא ב"פ,
ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שמועס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י בעניני שחיטה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכיה וואס ער האט געהאט צו מקיים זיין אזא גרויסע מצוה,
דער רבי האט צום ערשט בודק געווען די חלף פונעם שוחט,
דערנאך האט דער שוחט הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו געשחט'ן די שה,
מען האט עס בודק געווען און עס איז ב"ה ארויסגעקומען כשר און דער רבי האט געזאגט אז מען זאל נאך זען אפצושיקן פלייש פארן כהן הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א לכבוד יו"ט,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין איידעם הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטן מועד.
~🌴~