דאנערשטאג - יום ג' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג - יום ג' דחוה"מ פסח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו און הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
שלישי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב משה רובינשטיין הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' אהרן דוד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 3:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום היסטארישן און דאפעלטן מעמד 'פדיון פטר חמור' במעמד אלפי אנשי שלומינו,
צום ערשט איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז געקומען אויף א באזוך די כהן הפודה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני פדיון פטר חמור און עניני חג הפסח און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 3:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד בהיכל ביהמ"ד הגדול,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני השתוקקות לביאת המשיח,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס וועלכע האט פארגעשטעלט פארן ציבור די סדר המעמד ופדיון והלכותיה,
ארום 4:20 איז דער כהן הפודה הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א - אבד"ק נייטרא ב"פ ערשינען צום מעמד און דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און מכבד געווען צו רעדן,
הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון מקיים זיין מצות פדיון פטר חמור און זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן מכבד זיין צו דינען אלץ כהן הפודה, און ממשיך געווען מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען אידישע ניגונים בעניני ביאת המשיח פארגעזינגען דורך הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדא הי"ו,
ארום 5:00 אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א ערשינען צום מעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרבנים הגאונים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, בראשית דבריו האט דער רבי ווארעם באגריסט די צוויי חשוב'ע כהנים הרבנים הגאונים שליט"א און זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דער רבי האט דערמאנט די שמחה אז בהאי יומא ג' דחוה"מ פסח בשנת תשכ"ז האט ער זוכה געוועהן מקיים צו זיין די רישא דקרא וואס מ'האט היינט געליינט 'וכל בכור בניך תפדה' ביים פדיון הבן פון בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, און היינט איז מען מקיים די צווייטע חלק 'וכל פטר חמור תפדה בשה' און מען האפט אז בקרוב זאל מען קענען מקיים זיין די סיפא דקרא 'ולא יראה פני ריקם',
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברי אגדה בעניני מכת בכורות ביי יציאת מצרים און פון פדיון פטר חמור, אויף פארשידענע אופנים און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט ובפרט צו מען קען מקיים זיין צוויי מאל די מצוה,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה און ארויסגעברענגט אז אזוי ווי ביי א בכור זעט מען אז אויב האט עס אפילו א קליינע שותפות מיט א גוי איז עס שוין נישט הייליג און ביי א חמור קען מען שוין נישט מאכן א פדיון פטר חמור, אזוי אויך זעט מען אין מצרים אז נאר וויבאלד די אידן האבן נישט משנה געווען די שם, לשון, און מלבוש און זיך מיט גארנישט אויסגעמישט מיט די מצריים נאר פארדעם האט זיי הקב"ה אנגעריפן 'בני בכורי ישראל', די זעלבע דארף יעדע איד וויסן אז כדי מען זאל ווייטער ווערן אנגערופן אזוי דארף מען זיך האלטן אינגאנצן אפגעזינדערט פון די גוים און זיי נישט נאכטוהן מיט גארנישט עס זאל זיין א הבדלה גמורה בין ישראל לעמים, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו ביאת המשיח,
דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו זאגענדיג אז די מצוה איז משפיע גרויסע השפעות טובות פארן גאנצן ציבור וואס האט זיך מיטגעפרייט בשמחה של מצוה און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אלע כ"ד מתנות כהונה בביאת המשיח בב"א.
מען האט אריינגעברענגט די צוויי אייזלען און די צוויי שעפעלעך מלכות'דיג באצירט כנהוג, און עס אראפגעלייגט אויפן ספעציעלן בימה פארנט פונעם בימת הכבוד,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד,
ארום 6:15 האט דער רבי צוגעטרעטן צום עצם מצות פדיון פטר חמור,
דער רבי האט צום ערשט אפגעקויפט די שעפעלע פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מיט קנין כסף און קנין הגבהה,
דערנאך איז דער רבי ארויס לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן א נייע בעקיטשע צו קענען מאכן א ברכת שהחיינו לויט אלע שיטות,
דער רבי איז צוריק אריינגעקומען און געזאגט די לשם יחוד,
דער רבי האט איבערגענומען די שעפעלע און געמאכט די ברכה 'אשר קדשנו במצותיו וצונו על פדיון פטר חמור' בהתלהבות אש,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די נוסח 'הריני מפריש טלה זה והריני פודה בו את פטר חמור הזה ומעתה יהיו שניהם חולין גמורים' און געמאכט א ברכת שהחיינו בקול חוצב להבות אש און איבערגעגעבן די שה פארן כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע איז געזיצן כנהוג, דערנאך האט דער רבי פודה געווען די חמור מיט שקלים יוצא צו זיין אלע שיטות אויב די שה קומט אויס טריפה נאכן שחט'ן,
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט עס איבערגעגעבן פארן כהן הפודה,
דערנאך האט דער כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א געמאכט א בורא פרי הגפן כנהוג און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ ברשפי אש ובשמחה של מצוה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אויפצוטרעטן,
האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א אז דער רבי זאל בקרוב זוכה זיין אונז צו פירן אנטקעגן משיח צדקינו און זאל קענען מקיים זיין אלע כ"ד מתנות כהונה, און פארלאזט די מעמד,
דערנאך האט דער רבי אפגעקויפט די צווייטע שה פון הרה"ח ר' אלעזר קליינבערגער הי"ו פארן צווייטן פדיון פטר חמור מיט קנין כסף און קנין הגבהה,
דערנאך איז דער רבי ארויס לחדרו הפרטי צו טוישן בעקיטשע פאר די צווייטע ברכת שהחיינו און צו מאכן א הפסק צווישן איין פדיון און די צווייטע כהוראת הדומ"ץ שליט"א צו יוצא זיין אלע שיטות,
ביים אריינקומען האט דער רבי געזאגט די לשם יחוד און הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א האט געבעטן אז רבינו שליט"א זאל אים מוצא זיין מיט די ברכת שהחיינו,
דער רבי האט געמאכט די ברכה, נוסח, און ברכת שהחיינו בהתלהבות אש און איבערגעגעבן די שה פארן צווייטן כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א
הרה"ח ר' משה אהרן קעסטנבוים הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט איבערגעגעבן די שקלים פארן כהן הפודה אזוי ווי ביים ערשטן פדיון,
דערנאך האט הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א געמאכט א ברכת בורא פרי הגפן כנהוג און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א,
דערנאך האט הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון ברכת כהנים און געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
ביים ענדיגן האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטן מועד' און אנגעוואונטשן אז די מצוה זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם כל מילי דמיטב תמיד.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי שטארק באדאנקט פאר די חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן געהאלפן קענען מקיים זיין די זעלטענע מצוה ובפרט פאר הרה"ג ר' ברוך שטערן שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א וועלכע האבן אויסגעארבעט די גאנצע סדר המעמד ופדיון בכל פרטיה, און פאר העסקנים הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו וועלכע האבן צוגעשטעלט אלע טעכנישע חלקים פונעם מעמד, און פאר אלע איבריגע עסקנים,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח און דער רבי האט געגעבן ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דערנאך ארום 8:15 האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת מצוה לכבוד די מצות פדיון פטר חמור אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
נאך די סעודה ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר משינאווא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חומרות אום פסח ובפרט ביי די צדיקי בית צאנז ושינאווא,
האדמו"ר משינאווא שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר אמרי מנחם פון אביו כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל און דער רבי האט אים געגעבן די ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטן מועד.
~🌴~