זונטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יונתן בלייער הי"ו.
ב"ר אפרים יוסף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע געפינט זיך אין ק"י לרגל די שמחת הוואכנאכט פון אן אייניקל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~