שבת קודש פרשת ויקרא - שבת הגדול מוקדם בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקרא - שבת הגדול מוקדם בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
ביים זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל תהילות יוסף.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
במשך דעם שבת האט דער רבי געזאגט די קדישים ביי אלע תפילות לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילות יוסף אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען הב' זלמן לייב ני"ו בן הרה"צ רבי סיני טייטלבוים שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרב נחמן בראך שליט"א - בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל טעללער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אם עולה קרבנו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילתו.
קה אכסוף: הר"ר מעכיל סעקולא שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אהבת התורה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט א מעשה פון די שידוך פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע מיט הרבנית חנה ע"ה וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק, און ממשיך געווען מיט סיפורים פון זקינה הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זי"ע מטאלטשאווע.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי,
ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו.
ר' בערל היימאן הי"ו.
ר' לוי באש הי"ו.
ר' אברהם ברח"י לעווינגער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב נחמן בראך שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:05.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
מען האט געזינגען ביי ממקומך, און נאך חזרת הש"ץ פאר קדיש תתקבל האט מען געזאגט די יוצרות לשבת הגדול.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יעקב גליק הי"ו.
לוי: בעל ברית ר' אברהם ברח"י לעווינגער הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן יושע ב"ר יואל משה רייז הי"ו.
חמישי: החתן הערשל ב"ר חיים אביש לאקס הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יעקב הלל וויינבערגער הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' חיים אביש לאקס הי"ו - ק"י.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראה"כ ק"י.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל יצחק לאקס הי"ו.
דערנאך האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ברח"י לעווינגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
ביים מיטאג סעודה בביתו נאוה קודש האט מען אויפגעגעבן קינדל און נאנט כנהוג אום שבת הגדול.
ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישית, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון 'מתוך' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך אריבער בדברי אגדה ומוסר,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, צווישן אנדערע בעניני תורה ותפילה, בפרט איבער דאווענען מרישא ועד גמירא, און אזוי אויך אום שב"ק אינדערפרי אנצוקומען צייטליך צום דאווענען און מאכן א הכנה צום דאווענען מיט לימוד התורה אדער אמירת תהילים, און מעורר געווען בעניני מזוזה און אויפגעפאדערט אז יעדער זאל בודק זיין די מזוזות זיכער צו מאכן אז עס איז כשר למהדרין וואס דאס איז א שמירה מכל צרה וצוקה,
און דער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל מתפלל זיין אז די גזירות החינוך אין ניו יארק זאל בטל ווערן און אזוי אויך די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק וואס איז יעצט זייער שווער,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז מצה איז מבטל יצרא דעריות און ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער וויאזוי די גאסן אין וומ"ס זעהן אויס און בפרט אין די זומער טעג וכ"ש פאר בחורים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די צוויי ישיבות וואס בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט מייסד געווען מחוץ לעיר וואס דאס אליינס איז שוין א געוואלדיגע מעלה און וואויל איז דער וואס שיקט אוועק זיין בחור מחוץ לעיר מען זאל נישט נכשל ווערן מיט קיין נסיונות,
און דער רבי האט געזאגט אז מען דארף לוחם זיין אנטקעגן אלע תאוות המדינה און בפרט די ענין פון די משקה המשכר וואס האט זיך ארייגעכאפט ביי שמחות און קדישים און ברענגט אן פילע פראבלעמען,
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז מען זאל זעהן זיך צוצוגרייטן מיט א הכנה דרבה צום יו"ט פסח מיט לימוד ספרי חסידות צו קענען מקיים זיין די מצוה פון והגדת לבנך כדבעי, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק שמעי' פריעדלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א.
כהן: הרה"ג ר' אלי' מרדכי כ"ץ שליט"א - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב הירש הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און ארויסגעברענגט אז אויב א איד פירט זיך מיט ענוה דעמאלט רעכנט הקב"ה די פגם פון זיינע עבירות אזוי ווי עס קוקט אויס אויף די וועלט במילא ניצט תשובה, משא"כ אויב איז מען א בעל גאוה דעמאלט רעכנט מען די פגם פון זיינע עבירות אזוי ווי עס קוקט אויס בעולמות העליונים וואס דארט איז עס זייער גרויס במילא ניצט נישט קיין תשובה,
מצה ווייזט אויף ענוה און חמץ ווייזט אויף גאוה, בזכות פון מצות מצה וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה און אזוי וועט מען זוכה זיין בקרוב צו ביאת המשיח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל יעקב הירש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שאול הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פונעם היכל הביהמ"ד בבית מדרשינו דברי יואל החדש וואס ווערט יעצט געבויעט אין ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - מו"ץ,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שאול הי"ו און זיין גאנצע משפחה,
ארום 12:50 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~