פרייטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם געלב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה לאנדא הי"ו - תאומים.
ב"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע מלמדים און קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די הנאה וואס הקב"ה האט פון א דאווענען פון תשב"ר, און געזאגט פאר די קינדער אז אזוי ווי מען זעט ביי מצות אז עס דארף זיין שמירה א גאנצן צייט סיי ביים וועלגערן און סיי ביים רעדלען וכו' די זעלבע דארף מען וויסן אז כדי צו זיין א ערליכע איד דארף מען זיין אפגעהיטן ביי אלע מצות און מען קען נישט זאגן אז די מצוה יא און די מצוה נישט, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי וועט וויילן אויף שב"ק בקרב קהלתינו הק' און משמיע זיין די שבת הגדול דרשה בהיכל ביהמ"ד הגדול שבת אחצ"ה 5:30 אין די סוגיא פון 'מתוך' וואס מען האט פארגעלערנט בהיכל המתיבתא.
א גוט שבת.
~🌴~