דאנערשטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בראך הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר משה הערש סופר הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שלמה הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שמואל קעסטנבוים הי"ו.
ב"ר יעקב יודא ווייס הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל המנהל שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה דער מנהל הר"ר יואל שליט"א, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די הנאה פון די ווארימע דאווענען אינאיינעם מיט די בחורים און נאכגעזאגט פונעם בני יששכר אז ניסן איז בגי' צוויי מאל פ"ה וויבאלד פסח דארף מען מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים אריינצוגעבן פאר די קינדער אזוי שטארק אז זיי זאלן עס קענען ווייטער איבערגעבן פאר זייערע קינדער, און דער רבי האט געזאגט פאר די בחורים אז מען דארף אזוי מקיים זיין יעדע מצוה מיט אזא התלהבות אז עס זאל אריבערגיין צו די קינדער, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע תלמידים.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם בנין הביהמ"ד וואס איז געבויעט געווארן אינעם בית השחיטה קאמפלעקס מיט אלע צוגעהערן פארן געברויך פון די פילע שוחטים און בודקים,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הרה"ג ר' משה גדלי' שוואב זצ"ל - ר"י דגל התורה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט זיינע פילע פעולות לטובת הצלת החינוך בניו יארק און געוואונטשן ברכת תנחימון.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יצחק יחיאל פאנעט שליט"א און הרה"ח ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~